פריוואטקייט
די אחריות און סענסיטיווע נאטור פון קשר נעטווארק איז זעלבסטפארשטענדליך, און עס איז אונזער אחריות אפצוהיטן פראפייל אינפארמאציע און שידוך פארשלאגן אין גרעסטן געהיים. מיר פאלגן אויס די שטרענגסטע פארשריפטן, אויך די לעגאלע "היפא"א" געזעצן, צו האלטן אלעס הונדערט פראצענט קאנפידענשאל אן קיין שום קאמפראמיס. קליענטן באקומען נאר גאר מינימאלע אינפארמאציע וועגן אנדערע קליענטן אן קיין שום אידענטיפיקאציע. וועןערפארענע שדכנים ארבייטן אויף א שידוך, ווערט צוגעשטעלט נאר די מינימום אינפארמאציע וויפיל עס איז נויטיג צו גיין ווייטער. די שדכנים פארשטייען די אחריות פון אנהאלטן די שטרענגסטע פרינציפן פון געהיימניס אין יעדן פאל.